שמואל,
לכאורה עס קען אזוי נישט זיין.
ערשטנס, איז פעטער שלוימע געווען א באריטאן
צווייטנס, הער דא פרעזענלעך ווי פעטער שלומע זינגט זיין באוואוסטער "זייגער מאכער" ניגן וואס ער האט געהערט פון שלמה דער זייגער מאכער (זאלסט נאר נישט מישן מיט דעם מאדזיצער זייגער מאכער) און דו וועסט באמערקן אז זיין שטימע איז אינגאנצן אנדערש
אגב אז איך שטיי שוין אויפן בימה וויל איך נאר מאכן א "שרייאויס" צום חזן (א.ב.א דער עברייאישן שאקלען זינגער) מֵייש, אף זיין דערגרייכן אן אומ-אנטפלעקטן עלטער.
מען בעט נאר אלע בלאגליינערס עם שיקן בליצפאָסטן צו אים ווינשטן א שנת חמשה קולות
און אז איך שטיי דא נאך אלץ, א קליינעם באמערקונג פאר אונזער נייער יידישיסט א.ב.א "פינטעלע". א ישר כויאך, זאלסט איבעלעבן דעם קומענדיקען פרעזידענטהייט און וואקסן ליינגע באקנבערד
No comments:
Post a Comment