לוי: איך פארשטיי נישט כלל וכלל וואס איר טראכט! – איר זאגט אז וויבאלד פרץס זיידע זינג אזוי שיין אף אידיש, איז פשוט ביי אייך אז ער זאל אויך ליב-האבן דאס אידישע שפראך.
משל למה הדבר דומה? אז אימעצער וועט זאגן אייער זון אדער אייניקל אין פופציק יאר ארום, "איך פארשטיי נישט פארוואס איר קענט נישט ליידן סינא פרויען, גיב א קוק – דא האב איך א בילד אדער א ווידיא פון דיין זיידע ווי ער זיצט און פארברעגנט מיט זיי" :)
אויף אזעלכע אינטעלעגענטישע ביישפילן קען איך נישט גענוי ענטפטרן און פאר דיין שיצן פרץ'ס ווייטאג אין הינטן (פון יידיש) דארף איך גארניט זאגען
ליידער די מאראלישן גרעניצן זיינען איבערגעפליסט און דיין אינטער-געזשע אינטימיטישע פאנטעזירן זיינען אויסגעשפראצן חברים הזהרו בדבריכם שמא מתוכם וועט מען באקענען וואס קריכט בא דיר אין קאפ
13 comments:
Kmayim Karim Al Nefesh Ayefa!
מ'טראכט דעם מענטשן ווען ער איז רייך
אז ס'גייט אן גוט די וועלט
ער מיינט אז קיינער איז צו אים ניט גלייך
אז אלעס איז נאר דאס געלט
ער מיינט אז קאם איז ער שוין א גביר
קומט עם שוין פיל כבוד בא???
און ער דער שטאלציקער גארניט פארשטייט
אז געלט איז רונד און שיין
און אז דו ווילסט זיך א נאמען ערוועבן
זאל בלייבן נאך דיין לעבן
ווארף אוועק דיין פוסטן ייחס
א מענטש, א מענטש דארף מען זיין
איך האב אמאל געקענט א גביר
אזוי ווי קורח רייך
?? און שטאלץ איז ער געווען
געלויבט אין מענטשן א סאך
און דאן איז געקומען אן אנדער צייט
און די רעדעלע האט זיך אים איבערגעדרייט
און יעצט ער, דער שטאלציקען גביר ווי ער שטייט בא דער טיר
און בעט א נדבה גיבט מיר
געליטען האט ער נאך מער
געשטארבן גאנץ שווער
אין פרעמדע תכריכים ליגט ער
וויל מיא קיין געלט
טאר מען ניט שטאלצירען
מ'קאן זיי לייכט פערלירן
און דאן קען מען פילען דעם ביטערען טעם
אוי, פון דעם ארעמאן
און אז דו ווילסט זיך א נאמען ערוועבן
זאל בלייבן נאך דיין לעבן
ווארף אוועק דיין פוסטן ייחס
א מענטש, א מענטש דארף מען זיין
koomt em shain fil kovoid far eer.
baiz oon shtolts is er geven geraibt (geroibt) mentshen asach.
Thanks
Levi,
I think it should be אונזער זיידע פרץ not אונזערע.
I meant our Peretz, דהיינו Miami Peretz, the extra ע is a קרי וכתיב
בעטראכט די מענטשן
ווען ער איז רייך,
ווען עס גייט עם גוט די וועלט,
ער מיינט אז קיינער איז צו עם ניט גלייך
אז אלעס איז נאר דאס געלט,
ער מיינט אז קאם איז ער שוין א גביר,
קומט עם שוין פיל כבוד אף איר,
און ער, דער שטאלציקער גארניט פארשטייט
אז געלט איז רונד און קייל.
-----
little known extra stanza
-----
מענטשעלע ווען דיר גייט גוט, רייך גאר אן א שיעור,
זע דוא אויך ניט פארגעס דעם פליכט וואס ליגט אויף דיר,
אז אן ארימאן גייט אריין אין דיין הויז,
לאהז אים ניט ליידיק פון שטוב ניט ארויס,
וויילע מ'קען, דאך גארניט דערזען,
וואס אמאל קען מיט דיר גאר געשען
היינט איז דיר באשערט,
האסטו נאך איין ווערט,
שפעטער קען דאך אלעס זיין פארקערט.
ווייל מיט קיין געלט טאר מען ניט שטאלצירן,
מען קען עס לייכט פארלירן.
דאן קען מען פילן דעם ביטערן טעם,
אוי, פון דער ארימאן.
און אז דו ווילסט זיך א נאמען ערוועבן,
עס זאל בלייבן נאך דיין לעבען,
ווארף אוועק דיין פוסטן יחוס,
א מענטש, א מענטשדארף מען זיין.
און דאן איז געקומען אן אנדער צייט,
און דער רעדעלע האט זיך עם איבער געדרייט,
און יעצט זעט,
דעם שטאלציקער גביר,
ווי ער שטייט ביי די טיר,
און בעט א נדבה גיט מיר.
געליטן האט ער נאך מער,
געשטארבן גאנץ שווער,
און אין פרעמדע תכריכין ליגט ער.
ווייל מיט קיין געלט...
peretz, u left out the part about koirach
לוי: איך פארשטיי נישט כלל וכלל וואס איר טראכט! – איר זאגט אז וויבאלד פרץס זיידע זינג אזוי שיין אף אידיש, איז פשוט ביי אייך אז ער זאל אויך ליב-האבן דאס אידישע שפראך.
משל למה הדבר דומה? אז אימעצער וועט זאגן אייער זון אדער אייניקל אין פופציק יאר ארום, "איך פארשטיי נישט פארוואס איר קענט נישט ליידן סינא פרויען, גיב א קוק – דא האב איך א בילד אדער א ווידיא פון דיין זיידע ווי ער זיצט און פארברעגנט מיט זיי" :)
...המלבין את פני חבירו ברבים
אבי און לוי: איך האב גארנישט געמיינט מאכן חוזק פון קיינער - איך האב נאר געזוכט א פאסיקן משל וואס קען גוט ארויסבריימגען וואס איך האב געוואלט זאגן
אויב דער משל האט נישט געטאן דאס ארבעט זיי אזוי גוט אןך זיי מניע א משך וואס איר מיינט רעדט מער צו דער זאך
אויף אזעלכע אינטעלעגענטישע ביישפילן קען איך נישט גענוי ענטפטרן
און פאר דיין שיצן פרץ'ס ווייטאג אין הינטן (פון יידיש) דארף איך גארניט זאגען
ליידער די מאראלישן גרעניצן זיינען איבערגעפליסט
און דיין אינטער-געזשע אינטימיטישע פאנטעזירן זיינען אויסגעשפראצן
חברים הזהרו בדבריכם
שמא מתוכם וועט מען באקענען וואס קריכט בא דיר אין קאפ
ואם תמשול משל
אזוי וועט מען זאגן
דער זיידע האט שבעתיים אזוי העפטיש חושמדיק בארעכענט
מיר וועלן אים איבערשטייגן שבעים ושבעה
(זאל ג-ט אונז דעמאלט באשיצן)
שומו שמים א הימעל געשריי
צו וואס זיינען מיר אמגעקומען
אפשר האט זיידע פרץ דאס געמיינט זאגענדיק
"ווארף אוועק דיין פוסטן יחוס"
לחיים!
שמיעל דערלאנג א שמעק טאבאק
לאידך איז דער משל אינגאנצן ניט אין גליכען צום נמשל
וואלט איינער געשטאלצט זיך פון אזעלכע בילדער צי שלאגערס
ווי פרץ שטאלצירט זיך פונם פוסטן יחוס לידל
איז עס א ליכטיגן צוקונפט פארן יידישן פאלק
והמבין יחטא
(ליטערעטאריש: דער פארשטייער קען און וועט זינדיקען)
Post a Comment